אונזער שיטת העבודה
אזוי ווערט דער מפתח צוזאמגעשטעלט
א מסודר'דיגער און מדויק'דיגער מהלך, פון ווען איר שיקט דעם ספר ביז איר באקומט דעם פארטיגן פייל פאר עריכה אדער עימוד.
01
שיקט דעם ספר
מען שיקט דעם ספר אדער א פאר בלעטער אלס PDF אדער א טעקסט־פייל, צום איבערקוקן און באקומען א דוגמת מפתח.
02
דורכארבעטן דעם ספר
מיר קוקן איבער דעם סדר פונעם ספר, די סארטן תוכן, די כותרות און די שיטה פון ציוני מקום.
03
צוזאמשטעלן דעם מפתח
מיר גייען מסודר דורך דעם ספר און בויען אויף די ערכים און ערכי משנה, מיט נאך חלוקות וואו עס פעלט אויס.
04
גרונטליכע בקרה
מען קוקט איבער דעם סדר, דעם ניסוח, אחידות, דאפלטע ערכים און השמטות.
05
איבערגעבן דעם פייל
איר באקומט א מסודר'דיגן פייל, גרייט פאר ווייטערדיגע עריכה אדער עימוד.
גרונטליכע בקרה
איידער מען גיט איבער דעם מפתח, גייט מען אים נאך אמאל דורך, כדי דער סדר זאל זיין איינהייטליך און באקוועם צום נוצן.